Auction 10
By Rarity Auction House
Nov 25, 2021
17 Perlman Dr. Suite 204 Spring Valley NY 10977, United States
The auction has ended

LOT 204:

Silber, Raphael Moshe. Sefer Marpe La-Nefesh: Helek Rishon: Al Shu"A Or"H: Berure halakhot ve-hidushim u-filpulim ...

catalog
  Previous item
Next item 

Start price:
$ 80
Buyer's Premium: 22%
Auction took place on Nov 25, 2021 at Rarity Auction House
tags:

Silber, Raphael Moshe. Sefer Marpe La-Nefesh: Helek Rishon: Al Shu"A Or"H: Berure halakhot ve-hidushim u-filpulim be-harbeh sugiyot ha-Shas uve-shitot ha-poskim rishonim va-aharonim. Brooklyn, New York, Ha-Rav Naftali Halberstat, 1950.

מרפא לנפש להגאון רפאל זילבער זצ"ל מקאשויא פריימאן נדפס בברוקלין ניו יארק ע"י הרב נפתלי הלברשטאם לימים הרבי מצאנז גריבוב !!!!!!

חלק ראשון   הוא יקר מציאות !!

=============================

דער פריימאנער רב איז געווען באקאנט אין עולם התורה אלץ איינער פון די גרעסטע מרביצי תורה בדורינו באשאנקען מיט אלע מעלות ומדות פון א גדול בישראל, דער גאון האדיר האט זוכה געווען אויף צושטעלען טויזענטער תלמידים, אלע יראים ושלמים ובתוכם צענדליגער רבנים ומורה הוראה בישראל, ער איז געווען א דולה ומשקה מתורת רבותיו לתלמידיו, בפרט פון זיינע גרויסע רבי'ס ווי הגאון האדיר דער ראדאמישלער רב בעל מהר"ש ענגיל ז"ל, דער בעל קרן לדוד ועוד לויט ווי איך געדענק פלעגט ער כסדר רעדן פונעם ראדאמישלער רב כ'מיין אז ער האט געלערנט ביי אים איבער 10 יאר.

אויך פלעגט ער כסדר רעדן פונעם סטאפקאווער רב, קאשוי רב הגה"ק ר' שאול בראך, מונקאטשער רב בעל מנחת אלעזר ועוד ועוד וואס איך געדענקט נישט יעצט אויף די מינוט.

דער פריימאנער רב, טראץ דעם וואס ער איז געווען דבוק בתורה יומם ולילה אן אויפהער, איז ער געווען שטארק צוגעבינדען צי די תלמידים מיט א אויסערגעווענטליכע עבותות אהבה. און זייענדיג דער גרויסער מפלפל און בקי נפלא וואס כל רז לא אניס לי', האבען די תלמידים געשלונגען פין אים זיינע חידושים בכל מקצועות התורה, בפרט זיינע שיעורים אין סוגיות הש"ס. אויך איז ער געווען באשאנקען מיט א געוואלדיגען כח הדרוש זייענדיג א פה מפיק מרגליות, וואס האט צוגעצויגען און מחזק געווען כל שומעיו, און עס תמיד געווען אויסגעגאסען אויף זיין פנים די חדוותא דשמעתא און אלעס איז געזאגט געווארען מיט א ענוות חן ווער געדענקט דען נישט וויאזוי ער פלעגט שמייכלען ביים פארענטפערן א רבי עקיבא אייגער אוי איז דאס געווען צייטן.

דער קשר און אהבה פון די אלע תלמידים איז נאך געבליבען ביז צום היינטיגן, אלע תלמידים רעדן ביז צום היינטיגען טאג מיט געוואלדיגע געגועין און כיסופין לשמו ולזכרו, און זענען מקושר צו אים בנימי נפשם ולבבם. ביי די לוי' האט פארציילט תלמידו הגאון רבי געציל בערקאוויטש דומ"ץ קר"י אז א שטיקל צייט צוריק האט ער אים געטארפן ביי א חתונה אין איבער געשמועסט זאכן וואס מ'האט גערעדט אין די ישיבה דער פריימאנער רב איז דעמאלט געווען 91-92

ער האט געוואינט א תקופה אין קראון הייטס אין ער פלעגט קומען אין די ישיבה אויף סענז סט. מיט די סיטי באס פארציילט מען אז אזוי ווארטנדיג אויפן באס געט ער זיך ארופ אהן היינט קומען נישט קיין באסעס.......אזוי איז ער געווען דבוק אין די תורה יומם ולילה.

ווער געדענקט דען נישט די הערליכע ש"ס תורות אין קעמפ מ'האט זיך אריינגעקוועטש אין זיין באנגעלאו אין (ליליאנס היינט רופט מען עס קרית זופניק)

מיט שאפראנער רב איז ער געווען מורא'דיג נאנט כ'דענק ווען ער האט מספיד געווען דעם שאפראנער רב אין די ישיבה האט ער מורא'דיג געוויינט.

אויך האט ער ארויסגעגעבן הערליכע ספרים "מרפא לנפש" 6 בענדער אויך ד' חלקי שו"ע זענען שטארק מפורסם בעולם התורה וחסידות, ובמיוחד דער ספר מרפא לנפש על התורה וואס איז א יחיד במינו אין אגדה דרוש און חסידות, אויף זיין אייגענארגטיגן שטייגער איז ער מבאר און מפרש דברי אגדה מיט הקדמות פון פריערדיגע באופן נפלא.

אויך איז דא א ספר ארז בלבנון די תולדות, הספדים פון גדולי ישראל, אין מעשיות וואס ער פלעגט פארציילן.

נפטר געווארן ז"ך סיון תשנ"ז

אויך האט ער איבערגעלאזט א שיין דוד ממשיכי דרכו

הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א מ"מ אב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים

הגאון הצדיק המפורסם חו"פ מלהיב לבבות לאבינו שבשמים רבי מאיר טודרוס זילבער שליט"א אב"ד יאוושנע ובעמ"ח מטר השמים

הגה"צ אברהם שמואל זילבער שליט"א אב"ד נחלת מרדכי צבי קאשוי

אין א איידעם הגה"צ ר' ליפא זעגלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ווינא


catalog
  Previous item
Next item