Auction 1 Rare and Unique items from the Greatest Generations
By Rarity Auction House
Jul 6, 2020
17 Perlman Dr. Suite 204 Spring Valley NY 10977, United States
Rare and Unique items from the Greatest Generations
The auction has ended

LOT 104:

תשובת ריב"א עותק הגה"ק ישעי' הכהן רובין אבד"ק מיהאליפאלווא

עם חותמת והגהות הגאון הגדול רבי ישעי' הכהן ...

catalog
  Previous item
Next item 

Start price:
$ 700
Estimated price :
$2,000 - $3,000
Buyer's Premium: 22% More details
sales tax: 8.38% On lot's price, no sales tax on commission
tags:

תשובת ריב"א עותק הגה"ק ישעי' הכהן רובין אבד"ק מיהאליפאלווא


עם חותמת והגהות הגאון הגדול רבי ישעי' הכהן רובין אבד"ק מיהאליפאלווא

 


Rabbi Yeshaya Rubin (d. 1891), disciple of the Ksav Sofer and of Rabbi Chaim Hirsh Mannheimer of Uzhorod. Rabbi of Belenyes and (1869) Mihalyfalva. Author of Ateres Yeshaya.



תולדותיו באידיש

הגאון רבי ישעיה הכהן רובין זצ"ל איז געבוירן צו זיין פאטער הגה"ק רבי מרדכי הכהן ז"ל און צו זיין מאמע הרבנית רבקה רובין אין די שטאט שאראש-פאטאק אין אונגארן, שוין אלס קינד האבן זיך אנגעזעהן אין אים סימני גדלות, זעענדיג אז ער וועט אויסוואקסן א גדול בישראל.

אלס בחור האט רבי ישעיה געלערנט קודם אין די בארימטע פרעשבורגער ישיבה ביים הייליגען כתב סופר זצ"ל און נאכדעם אין אונגוואר אין די ישיבה פון הגאון רבי חיים צבי מאנהיימער זצ"ל בעמח"ס עין הבדולח.

נאך די חתונה מיט הרבנית פרומט רחל ב"ר פנחס אב"ד קענדעריעש, איז ער געבליבען זיצן על התורה והעבודה אין וואס ער האט עוסק געווען בקדושה וטהרה, רבי ישעי' איז געווען באקאנט אלס א גרויסער גאון, ער פלעגט זיך שרייבען שו"ת מיט די גרעסטע גדולים בימיו, ווי דער הייליגער מהר"ם שיק פון חוסט און דער מהריא"צ פון מארגארעטין זצ"ל.

אין יאר תרכ"ב האט מען אויפגענומען רבי ישעיה פאר רב אין די שטאט בעלעניעש, און שפעטער מיט זיבן יאר אין שנת תרכ"ט איז ער אריבער קיין מיהאיליפאלווא (געליינט: מיהאיפאלווא) אנצונעמען די דארטיגע רבנות, וואו ער האט געפירט דאס רבנות מיט א שטארקען כח, דער רב פלעגט שטארק מעורר זיין די אידן אין מיהאיפאלווא זיך צו האלטן מקושר צו צדיקי הדור, ער אליינס איז געווען דבוק ומקושר צום הייליגען צאנזער רב זצ"ל און נאך די פטירה פונעם דברי חיים זצ"ל, איז ער געווארן א שטארקער חסיד פונעם מיטעלען בעלזער רב הגה"ק רבי יהושע זצ"ל.

אזוי אויך איז דער מיהאיפאלווא רב געווען מקושר לבית רבותיו עצי התמרים זי"ע, ווען דער הייליגער קדושת יו"ט זצ"ל האט געהאט אויסצושטיין רדיפות אין די שטאט סיגוט, איז דער מיהאליפאלווא רב ז"ל געקומען צו הילף פארן קדושת יו"ט, ווען ער האט אפגעשריבען א מכתב פיל מיט חיזוק פארן סיגוטער רב, און א באזונדערע בריוו פאר די ראשי הקהלה פון סיגוט, אכטונג צו געבן בכבודו פון זייער רב, די בריווען זענען געדרוקט אינעם ספר מחלמת מצוה (דף י"ח).

דער רב האט פארלוירן זיין אשת נעורים גאר פרי, ווען אין יאר תרכ"ז זייענדיג רב אין בעלעניעש איז די רביצין הרבנית פרומט רח"ל ב"ר פנחס נפטר געווארן אין טאג כ"ח אדר א' זי ליגט אין די שטאט בעלעניעש, דעמאלס האט דער מיהאליפאלווא רב חתונה געהאט מיט די צווייטע רביצין הרבנית הינדא לאה ב"ר יצחק, זי האט זוכה געווען צו אריכות ימים, זי האט נאך געלעבט אסאך יארן נאך די פטירה פון איר גרויסן מאן, זי איז נפטר געווארן אין טאג ג' סיון שנת תרפ"ז.

רבי ישעי' הכהן רובין האט געהאט א יחוס בריוו אלס א כהן מיוחס, ביז ארויף צום הייליגען ש"ך ז"ל ולמעלה בקודש, דער זון רבי יהודה שרייבט אז ער פלעגט זיך פירען מיט א מורא'דיגע פרישות, מיט אסאך תעניתים וסיגופים, א גאנצע וואך פלעגט ער זיך נישט אריינלייגן אין קיין בעט, אזוי האט ער אויסגענוצט זיינע טעג בקדושה עילאה.

דעם ערשטן טאג חול המועד סוכות י"ז תשרי פון יאר תרנ"א איז דער גרויסער גאון וצדיק, מרן רבי ישעיה הכהן רובין זצ"ל נפטר געווארן, ער איז געקומען למנוחות אויפן ביה"ח אין די שטאט מיהאיפאלווא דארט וואו ער האט אזוי געטריי משמש געווען ברבנות פאר די לעצטע אריבער צוואנציג יאר פון זיין לעבן, אויף זיין פלאץ אין מיהאיפאלווא האט מען אויפגענומען פאר רב דעם גאון רבי משה יוחנן שעהנפעלד זצ"ל וועלכער איז געווען אן אייניקל פון הייליגען בני יששכר זצ"ל.

דער זון פונעם מיהאליפאלווא רב זצ"ל, רבי יהודה הכהן רובין איז אויפגענומען געווארן פאר ראב"ד אין מיהאיפאלווא, שפעטער איז ער אריבער קיין פאריז צו דינען אלס רב און מורה צדק פאר די ארטיגע קהלה 'תפארת ישראל'.

עס איז געבליבען פונעם רב אסאך כתבים מיט חידושי תורה און שו"ת אויף פארשידענע ענינים, ליידער האט מען די ספרים נישט געהאט געדרוקט פאר די קריג, און גאר אסאך פון די כתבים זענען פארלוירן געגאנגען דורכאויס די ביטערע מלחמה יארן, נאך די קריג האבן עטליכע אייניקלעך צאמגענומען פון די כתבים וואס מען האט יא אפירגעטראפן, און דערפון האט מען געדרוקט דעם ספר עטרת ישעיה אויף סוגיות הש"ס.

דער מיהאיפאלווא רב האט איבערגעלאזט א ברייט פארצווייגטע משפחה, פאלגענד איז א ליסטע פון די קינדער פונעם זיידן זצ"ל:

1. רבי יהודה הכהן רובין תלמיד הגאון בעל שבט ספר זצ"ל מפרעשבורג ומרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט מסיגוט, ער איז קודם געווען דער ראב"ד מיהאיפאלווא דערנאך איז ער געווארן רב ומו"ץ בעיר פאריז הבירה, ער האט מחבר געווען דעם ספר קול יהודה. (איינע פון די קינדער פון רבי יהודה רובין, איז געווען רבי ישעי' הכהן רובין, פאטער פון ר' משה חיים הכהן רובין ז"ל פון וומ"ס)

2. הרבנית רבקה אשת הרה"ג רבי שמעון פאללאק אב"ד בעלעניעש בעמח"ס שם משמעון

3. ר' דוד הכהן רובין מסאטמאר

4. ר' חיים צבי הכהן רובין מבעסערמין

5. ר' יצחק הכהן רובין

6. ר' שלום הכהן רובין

7. ר' יעקב דוב הכהן רובין

8. ר' חיים יוסף הכהן רובין

9. מרת בריינדל

10. הבחור מרדכי הכהן רובין

11. מרת סערל

(קרעדיט אייוועלט)


catalog
  Previous item
Next item