Bidspirit auction | Historic Notebook with List of


Historic Notebook with List of Subscribers - Anshei maamad - New York 1922 - 1939 - ספר ישן נושן - קדיש ומשניות - ע”י אגודת אנשי מעמד ובית ועד לחכמים דער אגודת אנשי מעמד איז געגרינדעט געווארן אום פעברואר פון יאהרע 1922, דורך טעטיגע מענטשן וועלכע האבן איינגעזעהן אז עס פעלט זיך וויכטיג אויס אזא מוסד. צו יענער צייט אין אמעריקא איז געווען דער מנהג אז ווען איינער איז אלט געווארן און ארבעטן האט מען שוין נישט געקענט מער, איז אנשטאט אז די קינדער זאלן זיך אפגעבן מיט זיי ווי עס איז אלעמאל געווען אנגענומען, האבן די קינדער זיי אריין געשטעלט אין א מושב זקנים אנשטאלט, אין ניו יארק אזוי ווי אין אלע אנדערע אידישע געגענטער זענען געווען צענדליגע אזעלכע אנשטאלטן, און דאס האט געהאט די שטערקסטע און וויכטיגסטע אנערקענונג ביים המון עם, וואס פאר אזעלכע צוועקן איז געווען גענוג און נאך געלט, דארט אין די מושב זקנים'ס האבן די אלטע לייט אויסגעדינט זייערע עלטערע יאהרן צווישן א פרעמדע אטמאספערע מיט וואס זיי זענען נישט אויף געוואקסן דערמיט. האבן זיך אבער די ערליכע אידן ארום געקוקט און געקומען צו די החלטה אז אזא זאך איז נישט פאסיג פאר אזעלכע אידן וועלכע האבן זיך כל ימי חייהם אוועק געגעבן פאר תורה, און כל שכן אזעלכע וועלכע האבן געדינט אויף רבנישע פאסטנס. דערפאר איז מען אויף געקומען מיטן איינפאל פון גרינדן א כולל פאר זקנים, אזוי וועט אויסקומען אז די כולל לייט וועלן ווייטער בלייבן וואוינען אין זייערע אייגענע היימען, און דערצו זאלן זיי קענען זיצן און לערנען אום געשטערט און אויסלעבן זייערע עלטערע יאהרן מיט תורה ועבודה, און דער כולל וועט זיי צושטעלן פרנסה אזוי אז זיי זאלן נישט קיינעם דארפן פאלן צו לאסט. מען האט זיך דאן דערטראכט ביז מען איז אויף געקומען מיטן פאסיגער נאמען, און מען האט דעם נייער מוסד א נאמען געגעבן 'אגודת אנשי מעמד', צו סימבאליזירן דאס וואס די אנשי מעמד האבן געטוהן בזמן שבית המקדש היה קים זייענדיג מתפלל פאר כלל ישראל, אזוי האט אויך דער נייער מוסד אוועק געשטעלט מעמדות ווי עס וועט שפעטער זיין געשריבן. אין פאקט האט זיך עס ארויס געשטעלט אלס אן אומגעהויערע סוקסעס, און דורך די יאהרן האבן זיך דורך געדרייעט גרויסע גאונים ותלמידי חכמים וועלכע האבן אויס געלעבט דארט זייערע עלעטערע יאהרן על התורה ועל העבודה, דער שוהל איז געווען אפן בייטאג און ביינאכט און שטענדיג זענען דארט אנוועזנד געווען עלטערע לייט וועלכע האבן געהארעוועט אין לערנען, עס איז געווען א באגייסטערונג בילד ווען מען איז אריין געקומען און געזעהן די רבנים מיט אזעלעכע הדרת פנימ'דיגע געזיכטער זיצן און לערנען (זעהט בייגעלייגטער בילד). הרב אליעזר סילווער פון סינסענעטי שרייבט אין א בריוו איבער דער אגודת אנשי מעמד, ”שם כמו נמצאתי בקלויז הגר”א שבעיר ווילנא, מצאתי בין הת”ח זקנים ואברכים גאוני תורה, עלוים, בקיאים בש”ס ופוסקים, צדיקים ואנשי מעשה הלומדים בשקידה רבה ואשר תורתם אומנתם בה יהפכו יומם ולילה יפלפלו ויתענגו, ובעת תמצא שמה תשכח כי בארץ החדשה הנך, תשכח תבל ומלואה”. דער נשיא המוסד איז געווען א גרויסער עסקן מיטן נאמען ר' ישעי' ארי' בריזמאן, און שפעטער אין יאהר תרצ”א האט מען אויך אויף גענומען אלס מנהל ומזכיר המוסד דעם בארימטער ”אידישער מורה דרך” ר' שמואל אהרן רובין, הרב רובין איז געבוירן אין ירושלים צו זיין פאטער ר' דוב בער ראבינאוויץ אן אייניקל פונעם יהודי הק' פון פרשיסחא, און צו זיין מוטער ר' מנחם מענדל רובין פון ירושלים מח”ס עיני מנחם וועלכע איז געווען א זוהן פונעם קארטשינער רב ר' שמואל אהרן רובין מח”ס בית אהרן ובית שמואל, שפעטער איז ר' שמואל אהרן געקומען וואוינען קיין ניו יארק. הרב רובין האט געהאט א וועכנטליכע פראגראם אויפן ראדיא וועלכע איז געלאפן אינמיטן דער אידישער שטונדע יעדן מוצאי שבת, דארט האט ער גערעדט וועגן די וויכטיגקייט פון די 'אגודת אנשי מעמד' און דערמיט אויף געטריבן געלטער פאר די החזקת המוסד. כדי צו קענען אויסהאלטן דעם בודזשעט האט די חבורה פארמאגט א באזונדערע חלקה פאר קבורה ווי בלויז שומרי שבת האבן געקענט דארט באערדיגט ווערן, אזוי אויך האבן די רבנים געזאגט קדיש, געלערנט משניות און אפגעהיט די יאהרצייטן פון אזעלכע וועלכע האבן בייגעשטייערט להחזקת המוסד. מיט דעם האט זיך אנגעפאנגען דער טעגליכער סדר היום אוהם אכט אזייגער צופרי, די רבנים האבן זיך געזעצט לערנען משניות לע”נ די פארשטארבענע חברים, אדער פארשטארבענע קרובים פון לעבעדיגע חברים וועלכע זענען נפטר געווארן אין יענעם יאהר אדער וואס זייער יאהרצייט איז אויס געפאלן אין יענעם טאג. א ספעציעל שטארקער דגוש האט מען געלייגט אז עס זאל נישט זיין ווי א כללות'דיגער קדיש און משניות זאגעריי, דעריבער האט יעדער נפטר געהאט זיין באשטימטער קדיש זאגער פון צווישן די רבנים, יענער האט געברויכט אפהיטן דעם יאהרצייט און לערנען משניות מיט די גרעסטער פונקטליכקייט ווי א קינד פאר זיין פאטער. אזוי האט מען זיך איינגעטיילט צווישן זיך אז יעדער איינער זאל קענען האלטן דעם יאהר אדער יאהרצייט, און אזוי האט מען צוטיילט די תפילות און קדישים. עס איז ספעציעל באקאנט געווען דאס תהלים זאגן. יעדן צופרי האט מען תהלים געזאגט אויפן שטאט און געבעטן על כל צרה שלא תבוא, און אז איז פארהאנען געווען א מיטגליד וועלכע איז געווען באזונדער אנגעוויזן אויף די תפלות האט מען ספעציפיש תהלים געזאגט לזכותו, עס דארף באטאנט ווערן אז צו יענער צייט אין אמעריקא איז שוין מער נישט געווען דער אמאליגער שטעטלישער תמימות ווי דער תהלים איז געווען א וויכטיגער פאקטאר אין דער אידישער לעבן, דערפאר אז די אנשי מעמד האבן יא געמאכט אן עסק פונעם תהלים זאגן איז דאס געווען זייער א שטארקע זאך און געווארן שטארק בארימט דערמיט,