IGGERES - 9
Por IGGERES
18.9.24
SPRING VALLEY NY, Estados Unidos
LETTERS. SLAVITA ZITOMER. AND MUCH MORE
La subasta ha concluído

LOTE 39:

מכתב בכת’’י ובחת’’י המושל ה’39 מארה’’ב זשימי קארטער על בלנק


Precio inicial:
$ 500
Comisión de la casa de subasta: 25%
IVA: 8.875% IVA sólo en comisión
18.9.24 en IGGERES
etiquetas:

מכתב בכת’’י ובחת’’י המושל ה’39 מארה’’ב זשימי קארטער על בלנק

די ניין און דרייסיג'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן זשימי קארטער וועלכע איז אויך געווען די 76'סטע גאווערנער און אויכעט א סענעטאר פון זשארדזשיע האט אנגעהויבן די טראדיציע אין די ווייסע הויז פון צינדן חנוכה ליכט אין די טעג פון חנוכה - דאס אידישע יום טוב

וואס דאס גייט נאך אן ביז היינט ביי אלע פרעזידענטן יעדעס יאר אין וואשינגטאן די סי


ער האט געשטעלט א ספעציעלע קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן צו געדענקן און פאראייביגן די שוידערליכע פאסירונגען ביי די צווייטע וועלט מלחמה וואס דאס האט געפירט צו די גרינדונג פון די האלאקאסט מוזיעם אין וואשינגטאן די סי וואס דאס איז היינט די גרעסטע און אפיעציעלע האלאקאסט מוזיעם פון אמעריקא


יעדן טאג וואס ער איז געווען אין אפיס האט ער געזוכט צו ברענגען שלום צווישן מדינת ישראל און די שכנים - פיינט

ער האט געהאט א שטארקע האנט אין שלום צווישן מדינת ישראל און מצרים


קארטער איז געשטארבן ביי די 100 יאר אלט, זייענדיג די עלטסטע מענטש וואס איז אמאל געווען א פרעזידענט


עס זענען געווען די הויכע פענסטער'ס וואס האָבן באַשולדיגט קאַרטער אין אַנטיסעמיטיזם.

ער האט געענטפערט אויף זייערע טענות און געזאגט "די האפענונג איז אז מיין בוך וועט אמווייניגסטנ'ס סטימולירן א דעבאטע, וואס האט נישט עקזיסטירט אין דעם לאנד. עס איז קיינמאל נישט געווען קיין דעבאטע אויף דעם ענין, פון קיין באדייטונג."

ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט. "די גרעסטע התחייבות אין מיין לעבן איז געווען צו פרובירן ברענגען שלום צו מדינת ישראל."


עס איז געווען א צייט וואס אלע אראבישע לענדער האבן זיך צוזאַמענגענומען און נישט געגעבן פאר אמעריקע אויל. ווילענדיג מיט דעם שיקן א כח אז אמעריקע זאל אויפהערן שיקן הילף קיין מדינת ישראל. און דעמלט'ס איז טאקע די פרייז פון געז שטארק ארויף אין לאנד

אבער קארטער האט זיך נישט געלאזט פון זיי און נישט אפגעלאזט דאס געטריישאפט פאר מדינת ישראל ווי לאנג ער איז געווען פרעזידענט. 


די באקאנטע מעשה פון הגאון רבי נטע צענווירטה זי"ע וואס האט זיך אינטערעסירט פאר'ן דאווענען שחרית ווער עס האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן אין די ווייטע אמעריקע

ווילנדיג וויסן אקעגן "וועם" צו זיין נאכמער שטאלץ ביים זאגן די ברכה שלא עשני גוי ביי די ברכת השחר איז געווען מיטוואך לך לך ט' חשון תשל"ז ווען קארטער איז געוואנען


האדמו"ר מפאלטיטשאן האט געהאט א אפענע טיר אין די הארץ פון קארטער. און האט אסאך ארויסגעהאלפן כלל ישראל!

און טאקע דורך די נאנטע קשר פון האדמו"ר מפאלטיטשאן (בארא פארק) הגה"צ רבי אפרים שטיין האט מען באוויזן א וויזיט פון די גרעסטע חסידישע גדולים אין אמעריקע צו דער פרעזידענט - כדי צו שתדל'ן פאר אידישע בתי חיים אין אייראפע 


געווען איז דאס סוף זוממער תשל"ט ווען עטליכע גרעסערע עסקנים האבן געהערט איבער פארשידענע בתי חיים אין די קאמוניסטישע לענדער וועלכע זענען אין געפאר. וועלנדיג במזיד פארניכטעט ווערן צוליב געפלאנטע בוי פראיעקטן. האבן די רבנים און עסקנים באשלאסן צו גיין ביז די העכסטע פענסטער. מען האט דאן אראנזשירט א זיצונג צווישן גדולי וצדיקי הדור מיט'ן פרעזידענט קארטער

די אסיפה איז אראנזשירט געווארן דורך האדמו"ר מפאלטיטשאן. העסקן הגדול ר' חיים ברוך גלאק איז דאן געווען זייער אקטיוו מיט'ן ראטעווען די בתי חיים דינענדיג אלס רב אין פולין.


דער היסטארישער באזוך איז פארגעקומען אין די ימי החנוכה תש"מ עס האבן זיך באטייליגט ביים באגעגעניש

בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע

רבי שלמה מבאבוב ובנו רבי נפתלי צבי זי"ע

בעל תורת מרדכי מויזניץ זי"ע ובנו האדמו"ר מויזשניץ מאנסי

ועוד אדמורי"ם ורבנים.


יענע זיצונג האט דאן גאר שטארק אויפגעטון אויף דעם געביט. ווען אלע אמעריקאנער אמבאסאדארן האבן באקומען א באפעל פונעם ווייסן הויז צו לייגן דרוק אז די אידישע בתי חיים זאלן געהאלטן ווערן בכבוד'יג.

דער פרעזידענט האט דאן אוועקגעשטעלט די נייע ספעציעלע קאמיטע פאר פערזערוועישאן אויף אידישע בתי חיים. אן ארגאניזאציע וואס שטייט נאך ביזן היינטיג'ן טאג און האט אויפגעטון גדולות ונצורות אפצוראטעווען אידישע בתי חיים איבער די גאנצע וועלט.


(שפעטער אין יאר 1987 האט פרעזידענט רעיגן באשטימט העסקן רבי חיים ברוך גלאק צו דער קאמיסיע אפצוהיטן און פרעזערווירן אמעריקאנער היסטאריע אין אנדערע לענדער איבער דער וועלט. אן אמט וואס האט אים שטארק צוגעגעבן מאכט מיטן העלפן אפהיטן בתי חיים.)


די באזוך פון מערערע רבנים אויפאמאל - מלחמה איבערלעבער - האט שטארק באאיינדרוקט דער פרעזידענט און ער האט זיך שפעטער אויסגעדריקט צו האדמו"ר מפאלטיטשאן: איך וועל דיך שטענדיג דאנקבאר זיין פאר'ן ברענגען די רבנים צו מיר. עס איז געווען די מאסט ספיריטשול מאמענט אין מיין גאנצע קאריעריע.

נאכדעם האט דער פרעזידענט געלאזט אויפהענגען א בילד פון די באגעגעניש אין די האלוועי וועלכע פירט צום וועסט-ווינג אין די ווייסע הויז.


ווען די רבנים זענען געווען אינעם עראפלאן אויפ'ן וועג צום פרעזידענט איז אנטשטאנען א וויכוח אין הלכה אויב מען דארף מאכן די ברכה "שחלק מכבודו לבשר ודם" ווען זיי וועלן זיך טרעפן מיט'ן פרעזידענט

עס זענען ארויפגעברענגט געווארן פארשידענע סברות לכאן ולכאן. די רבנים האבן זיך מפלפל געווען בפילפולי דאורייתא. ווען אלע ארום קוקן צו מיט פארוואונדערונג צו דעם זעלטענעם בילד

עווענטועל איז געבליבן דער פסק הלכה אז מען קען נישט מאכן די ברכה וויבאלד דער פרעזידענט פארמאגט נישט דער כח ווי די אמאליגע קעניגן

אנשטאט האט מען מציע געווען אז האדמו"ר מבאבוב זי"ע זאל פארזאגן די תפילה פון "הנותן תשועה למלכים"

ווען מען האט געלאנדעט אין די עירפורט האט דארטן תיכף אפגעווארט עטליכע לימוזינען פון דער רעגירונג וועלכע האבן געפירט די רבנים מיט א פרעזידענטליכע עסקארט.


הרה"ק מויזשניץ מאנסי זי"ע וועלכע איז כידוע געווען זייער קעגן כאפן בילדער פון אים. האט אבער דא אוועקגעקוקט דערפון און נישט געמאכט א עסק. טראץ וואס עס האט אים שטארק געשטערט אבער למעשה האט זיך עס געהאנדלט איבער גאר א וויכטיגע און הייליגע מיסיע. שפעטער בשעת די באגעגעניש מיט דער פרעזידענט איז אריינגעקומען א פרוי פון די ווייסע הויז מיטצוהאלטן. און הרה"ק מויזשניץ האט זיך אויפגעשטעלט און ארויסגעגאנגען און געבליבן אינדרויסן ביז מען האט געענדיגט.


א קאמישע עפיזאד האט זיך דאן אפגעשפילט ווען א וויזשניצער חסיד ר' דוב גליק האט זיך אריינגעכאפט אין די ווייסע הויז אן ערלויבעניש! אן ווייזן קיין שום פאפירן אדער איי די! און אן קיין סקרינינג פון די סיקרעט סערוויס!

עס איז אים געלונגען און אפשר גאר געווען דאס איינציגסטע מאל אין יארן! וואס עמיצער האט זיך אריינגעכאפט אין די ווייסע הויז אן קיין ערלויבעניש און אן קיינעם'ס וויסן אנקומענדיג נעבן דער פרעזידענט און זיצן ביי 1 טיש און רייכן זיין הענט...


דער פרעזידענט האט זיי אויפגענומען אינעם קאבינעט צימער. וואס דאס איז נישט די געווענליכע צימער וואו דער פרעזידענט נעמט אויף אנדערע פערזענליכקייטן.


געווענליך ביי דעם טיש זיצט דער פרעזידענט אינמיטן פון דער טיש און נישט ביי דעם עק. למעשה האט האדמו"ר מפאלטיטשאן אויסגעשטעלט צו זיצן אזויווי אונז זענען צוגעוואונט אז דער פרעזידענט וועט זיצן ביים עק - אויבן אן און ביי די 2 זייטן די רבנים.

עס איז אויסגעקומען אז האדמו"ר רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע איז געזיצן אויף דער פרעזידענט'ס פלאץ...


מיטאמאל האט זיך געפענט די טיר פון הינטער'ן אויבן-אן וועלכע פירט גלייך צו די אוועל אפיס און דער פרעזידענט איז אריינגעקומען!

און אלע האבן זיך אויפגעשטעלט מיט כבוד.


האדמו"ר מהר"ש מבאבוב זי"ע האט מיט א גאר שטארקע שטימע געזאגט די תפילה פון הנותן תשועה למלכים פון וואס דער פרעזידענט איז גאר שטארק איבערגענומען געווארן און אים אנגעקוקט ווי א מלאך פון הימל

עס איז געווען א קאפי פון די תפילה אין ענגליש אז דער פרעזידענט זאל פארשטיין. און דער פרעזידענט האט אנגעהויבן מיט זיין אויפנאמס רעדע (וואס האדמו"ר מפאלטיטשאן האט אים פון פאראויס פארשריבן און צוגעגריייט)


האדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט נאכדעם אויפגעטרעטן מיט די הויפט רעדע אין אידיש- און עס איז געווארן איבערגעטייטשט אין ענגליש 

צום ערשט האט דער ברך משה זי"ע אויסגעדריקט גרויס דאנקבארקייט וואס אלע רבנים האבן אז ער האט אראפגענומען פון זיין טייערע צייט אונז אויפצונעמען און דאן האט ער בשם אלע רבנים אנגעוואונטשן דער פרעזידענט אז ער זאל איבערקומען די קריזיס וואס אמעריקע האט זיך דאן געהאט געמוטשעט ווען 52 אמעריקאנער זענען גענומען געווארן אלס משכונות אין די אמבאסאדע אין טעהעראן דורך איראן. און קארטער איז געקומען אונטער שטארקע קריטיק פאר'ן גארנישט טון.

מיר טוען אייך וואונטשן אז איר זאלט ווייטער פירן דאס לאנד מיט הצלחה.


און די יעצטיגע טעג האבן מיר ספעציעל געשפירט פאר אונזער פליכט צו קומען צום פרעזידענט פון אונזער גרויס און געבענטשט לאנד און אויסדרוקן אונזערע געפילן פון דערמוטיגונג און התחזקות אז דער פרעזידענט זאל קענען אנגיין מיט דער שווערע ארבעט און צו קירעוון די שיף פון די פאראייניגטע שטאטן און פון די וועלט בכלל אין די שטורמישע וואסערן צו א זיכערן ברעג!

מיר אלע רבנים דא זענען מלחמה איבערלעבער מיר האבן פארלוירן אינעם שרעקליכן חורבן אונזערע עלטערן.  ברודער. שוועסטער. און אייגענע קינדער. דאס איינציגסטע וואס עס איז אונז יא פארבליבן דארט איז די הייליגע קברים פון אונזערע עלטערן.

ווי קענען מיר אצינד זיצן מיט פארלייגטע הענט אין דער צייט וואס אט די קברים און די כבוד פון אונזער עלטערן ווערן אזוי געשענדט און פארשוועכט. דעריבער בעטן מיר געערטער פרעזידענט טוט אלעס וואס איר קענט צו פועלן ביי די אייראפעישע רעגירונגען אז די אידישע בתי חיים זאלן דערקלערט ווערן אלס היסטארישע און פארהייליגטע ערטער וועלכע טארן אויף קיין פאל נישט געטשעפעט ווערן


די ווערטער וועלכע זענען געזאגט געווארן מיט א קענטיגע ווארעמקייט און צובראכנקייט האבן אריינגעדרונגען טיף אין קארטער'ס הארץ. ער איז געווען זייער באאיינדרוקט און גערירט ערנסט און אפילו געהאט טרערן אין די אויגן.

ער האט שטארק באדאנקט די רבנים פאר'ן ארויסווייזן סאלידאריטעט און דערמוטיגונג אינעם איראנער קריזיס

ער האט צוגעלייגט אז ווען די ווערטער קומען פון מענטשן וועלכע האבן אליינס מיטגעמאכט פיינונגען אין געפענגעניש. האט דאס א ספעציעלען באדייט

איך בין שטארק באגייסטערט אז אזעלכע חשובע רבנים האבן זיך געמאכט צייט צו קומען הייבן אונזער געמיט אין א צייט ווען אמעריקאנער בירגער געפינען זיך אין אזא קלעם.

ספעציעל טו איך שטארק שעצן דעם פאקט אז איר זענט די גייסטיגע פירער די רבנישער מנהיגים פון אידישע געמיינדעס וועלכע האלטן זיך צו דער אור אלטע אידישע טראדיציע און ערציען דורות צו גלויבן אינעם אייבערשטן און איך בין זיכער אז אין זכות פון אייער אמונה און מיט דער הילף פון אויבן וועלן מיר באווייזן דורכצוקומען די שווערע צייטן און אנגיין מיט'ן טאג טעגליכע לעבן!

ענק פרומע אידן פירן אן אייער חינוך אויף א ריינעם און הייליגן אופן גענוי ווי אייערע עלטערן מיט הונדערטער יארן צוריק וואס דאס רופט אויס גרויס שעצונג.

דאס איז די פיינסטע עלעמענט וואס די מענטשהייט פארמאגט. די רבנים דארפן זיין שטאלץ מיט זייערע דערגרייכונגען.


ער האט אויסגעפירט: אז ער איז זייער באאיינדרוקט געווארן און זיין טיר וועט שוין אלעמאל בלייבן אפען פאר די חסידישע פירער

און ווען אימער די חסידישע אידן האבן א פראבלעם זאלן זיי זיך ווענדן דירעקט צו מיר. איר ווייסט אליינס נישט וואספארא שטארקע איינדרוק דאס באגעגעניש האט געמאכט אויף מיר. אין מיין קאפ וועט דאס שטענדיג בלייבן איינגעקריצט. איך ווייס נאך אליינס נישט וויאזוי אייך אפצוצאלן.


די מיטינג וועלכע האט געדארפט נעמען 20 מינוט האט זיך פארצויגן פאר 45 מינוט. און דער פרעזידענט האט זיך נישט געוואלט שיידן

מען האט געקענט זען אויף אים אז דאס איז פאר אים גאר א שטארקע איבערלעבעניש.


דער פרעזידענט'ס סטעף זענען שוין געווען אומגעדולדיג אז עס נעמט שוין צו לאנג. האט מען אים געזאגט אז דער פרעזידענט איז דאך זיכער פארנומען מיט אנדערע וויכטיגע זאכן און ער מוז זיך נישט אויפהאלטן. ער קען ווייטער פירן דאס לאנד און מיר וועלן ממשיך זיין מיט זיין קאבינעט מיטגלידער.

עס שטייט אין תהלים לב מלכים ושרים ביד ה' דעריבער בעטן מיר אז דער פרעזידענט קען טאקע ארויסגיין אבער זיין הארץ זאל ער איבערלאזן דא ביי דער מיטונג....

ער האט זיך צעשמייכלט און הנאה געהאט.


דאן האבן די רבנים איבערגעגעבן א געשאנק א זילבערנעם כוס של אליהו בעכער 


דער פרעזידענט האט שפעטער פארציילט פאר אנדערע וועלט פירער ווי שטארק ער איז גערירט געווארן פון די באגעגעניש און אז די רבנים האבן אריינגעבלאזן אין אים שטארקקייט און אמונה

ער האט געזאגט: אויב איך וואלט געווען א איד וואלט איך געווען א חסידישע איד!


האדמו"ר מויזשניץ מאנסי פארציילט איבער הנהגות פון אביו בעל תורת מרדכי מויזשניץ זי"ע: איך בין געפארן מיט דער טאטע ז"ל. זענען מיר געפארן צו פרעזידענט קארטער. דעמאלט זענען געפארן דער ברך משה זי"ע. דער באבובער רב זי"ע. אלע זענען געווען אויפ'ן פליגער. די ערשטע איז געזעצן דער סאטמאר'ער רב מיט ר' סענדער דייטש און הינטער דעם זענען געזעצן די צוויי באבובע רבי'ס (בעל דברי שלמה און מהרנ"ץ) און נאכדעם איז געזעצן דער טאטע ז"ל און איך בין געזעצן נעבן אים.


מען האט געמוזט מאכן א פלאן וואס מען וועט רעדן צום פרעזידענט. זאגט דער טאטע: איך האלט נישט ביים רעדן! זאגט מען אים: מ'קען נישט. מען מוז! מען פארט צו א פרעזידענט. א מלך. מען מוז עפעס רעדן פון אים.


ער האלט נישט דערביי! מען האט אים געמוטשעט און געמוטשעט. שוין האט ער געפרעגט וואס וויל מען ער זאל רעדן. האט מען געזאגט וועגן די ענין פון שלום. אז מען האט געמאכט שלום צווישן מדינת ישראל און עגיפטן. ממש פארדעם האט קארטער דאס דורכגעפירט. האט ער געזאגט: איך וועל רעדן וועגן שלום צווישן עגיפטן מיט איזראעל? בשום אופן נישט! א געשעפט האב איך שלום! איך דארף נישט קיין שלום! בשום אופן נישט! מען האט אים אנגעהויבן מוטשען וואס דען? האט ער געטראכט און געטראכט און געבט א זאג: איין זאך בין איך מסכים אים צו זאגן. אז איך דאנק אים אז ער האט מונע געווען בלוט פארגיסונג פון אידן! דאס בין איך מסכים. 


זשימי קארטער האט געשעצט אידן און ספעציעל האט ער אנערקערט אין ארטאדאקסישע אידן. רעספעקטירענדיג זייער ערליכן לעבנסשטייגער.

און פרעזידענט קארטער האט זיך כסדר פאראינטערעסירט אין די אידישע רעליגיע- ער האט געהאט א שוואכקייט צו וויסן מער און מער איבער רעליגיע


זשימי קארטער האט געהאט די מערסטע אידן אין זיין סטעף ווי סיי וועלכע פרעזידענט פארדעם! און מען רעדט פון אידן שומרי תורה ומצוות.

און דעמלטס איז טאקע געווען טעגליך א מנין מנחה אין די ווייסע הויז.


צווישן אנדערע אידישע סטעף זענען געווען:

ען וואקסלער- דער פרעזידענט'ס פארשטייער איבער מינאריטעטן און יומען רייטס

סטוערד אייזענשטאט- א מאכטפולע מאן אין די דעמעקראטישע פארטיי און פון די גאר נאנטע מענטשן צום פרעזידענט

זשעראלד ראפשון- א איד פון ברוקלין 


ער האט אמאל געלאזט ווארטן הויכע שישקעס און בשעת מעשה האט ער ענדערש אריינגעלאזט האדמו"ר מפאלטיטשאן וועלכע איז דעמלט'ס געווען א גאר יונגער רב- און אים געזאגט אז יענער קען ווארטן... אבער מיט דיך האב איך צו רעדן וויכטיגע זאכן.


א קאמישע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט איין נאכט אינדרויסן פון די עקזעקעטיוו אפיס געביידע ווען דער פרעזידענט איז דארטן געווען און ער האט געזען אויף די גאס פונדערווייטנס 2 בחורים וואס ווייזן אים מיט די האנט- צו ציען זיין אויפמערקזאמקייט 

קארטער איז געווען נייגעריג וואס זיי ווילן. און אלס א צוגעלאזענער טיפ איז ער צוגעגאנגען צו זיי אן רשות פון די סיקרעט סערוויס 

זיי האבן איבערגעגעבן 2 ספרים פון ר' נחמן מברסלב- אין ענגליש

און קארטער האט דאס דורכגעליינט יענע גאנצע נאכט און געזאגט: עס איז זייער טיף און זייער ספיריטשול. עס האט איבערגעלאזט אויף מיר א גרויסע רושם


איינמאל ווען קארטער האט געדארפט פארן קיין ניו יארק פון וואשינגטאן מיט די עיר פארס וואן

און אין די ווייסע הויז איז פונקט דעמלט'ס געווען האדמו"ר מפאלטיטשאן. האט אים קארטער געזאגט אז ער קען כאפן א היטש מיט אים אהיים...

און זיי האבן געשמועסט די גאנצע וועג וועגן אידישקייט וועלענדיג וויסן מער.


קארטער האט אויסגעטיילט אסאך געלט פאר שולע'ס דורך ספעציעלע ארבעט פראגראמען וואס דאס האט בשעתו שטארק געהאלפן די היימישע מוסדות


עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ווען קארטער איז ארויסגעקומען פונעם ווייסן הויז צו אליין אנצינדן די מנורה אין הויף

איז עס געווען דאס איינציגסטע מאל וואס ער איז ארויס אויף די גאס אין 100 טעג. עס איז געווען פאר אים דעמלט'ס א שווערע צייט ווען די אמעריקאנער משכונות זענען געווען פארכאפט דורך איראן


איינמאל ווען העסקן ר' אריה לייב גלאנץ איז געווען אין די ווייסע הויז פאר א מיטונג מיט די עדיוקאציע דעפארטמענט איז ער פון דארטן געפארן צו א סטעיט מיט די עיר פארס וואן צוזאמען מיט די פרעזידענט- באקומענדיג רשות פון די אידישע לעיזען און פראטעקציע