Bidspirit auction | מכתב בכת’’י ובחת’’י המושל ה’39
מכתב בכת’’י ובחת’’י המושל ה’39 מארה’’ב זשימי קארטער על בלנק - די ניין און דרייסיג'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן זשימי קארטער וועלכע איז אויך געווען די 76'סטע גאווערנער און אויכעט א סענעטאר פון זשארדזשיע האט אנגעהויבן די טראדיציע אין די ווייסע הויז פון צינדן חנוכה ליכט אין די טעג פון חנוכה - דאס אידישע יום טוב וואס דאס גייט נאך אן ביז היינט ביי אלע פרעזידענטן יעדעס יאר אין וואשינגטאן די סי ער האט געשטעלט א ספעציעלע קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן צו געדענקן און פאראייביגן די שוידערליכע פאסירונגען ביי די צווייטע וועלט מלחמה וואס דאס האט געפירט צו די גרינדונג פון די האלאקאסט מוזיעם אין וואשינגטאן די סי וואס דאס איז היינט די גרעסטע און אפיעציעלע האלאקאסט מוזיעם פון אמעריקא יעדן טאג וואס ער איז געווען אין אפיס האט ער געזוכט צו ברענגען שלום צווישן מדינת ישראל און די שכנים - פיינט ער האט געהאט א שטארקע האנט אין שלום צווישן מדינת ישראל און מצרים קארטער איז געשטארבן ביי די 100 יאר אלט, זייענדיג די עלטסטע מענטש וואס איז אמאל געווען א פרעזידענט עס זענען געווען די הויכע פענסטער'ס וואס האָבן באַשולדיגט קאַרטער אין אַנטיסעמיטיזם. ער האט געענטפערט אויף זייערע טענות און געזאגט ”די האפענונג איז אז מיין בוך וועט אמווייניגסטנ'ס סטימולירן א דעבאטע, וואס האט נישט עקזיסטירט אין דעם לאנד. עס איז קיינמאל נישט געווען קיין דעבאטע אויף דעם ענין, פון קיין באדייטונג.” ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט. ”די גרעסטע התחייבות אין מיין לעבן איז געווען צו פרובירן ברענגען שלום צו מדינת ישראל.” עס איז געווען א צייט וואס אלע אראבישע לענדער האבן זיך צוזאַמענגענומען און נישט געגעבן פאר אמעריקע אויל. ווילענדיג מיט דעם שיקן א כח אז אמעריקע זאל אויפהערן שיקן הילף קיין מדינת ישראל. און דעמלט'ס איז טאקע די פרייז פון געז שטארק ארויף אין לאנד אבער קארטער האט זיך נישט געלאזט פון זיי און נישט אפגעלאזט דאס געטריישאפט פאר מדינת ישראל ווי לאנג ער איז געווען פרעזידענט. די באקאנטע מעשה פון הגאון רבי נטע צענווירטה זי”ע וואס האט זיך אינטערעסירט פאר'ן דאווענען שחרית ווער עס האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן אין די ווייטע אמעריקע ווילנדיג וויסן אקעגן ”וועם” צו זיין נאכמער שטאלץ ביים זאגן די ברכה שלא עשני גוי ביי די ברכת השחר איז געווען מיטוואך לך לך ט' חשון תשל”ז ווען קארטער איז געוואנען האדמו”ר מפאלטיטשאן האט געהאט א אפענע טיר אין די הארץ פון קארטער. און האט אסאך ארויסגעהאלפן כלל ישראל! און טאקע דורך די נאנטע קשר פון האדמו”ר מפאלטיטשאן (בארא פארק) הגה”צ רבי אפרים שטיין האט מען באוויזן א וויזיט פון די גרעסטע חסידישע גדולים אין אמעריקע צו דער פרעזידענט - כדי צו שתדל'ן פאר אידישע בתי חיים אין אייראפע געווען איז דאס סוף זוממער תשל”ט ווען עטליכע גרעסערע עסקנים האבן געהערט איבער פארשידענע בתי חיים אין די קאמוניסטישע לענדער וועלכע זענען אין געפאר. וועלנדיג במזיד פארניכטעט ווערן צוליב געפלאנטע בוי פראיעקטן. האבן די רבנים און עסקנים באשלאסן צו גיין ביז די העכסטע פענסטער. מען האט דאן אראנזשירט א זיצונג צווישן גדולי וצדיקי הדור מיט'ן פרעזידענט קארטער די אסיפה איז אראנזשירט געווארן דורך האדמו”ר מפאלטיטשאן. העסקן הגדול ר' חיים ברוך גלאק איז דאן געווען זייער אקטיוו מיט'ן ראטעווען די בתי חיים דינענדיג אלס רב אין פולין. דער היסטארישער באזוך איז פארגעקומען אין די ימי החנוכה תש”מ עס האבן זיך באטייליגט ביים באגעגעניש בעל ברך משה מסאטמאר זי”ע רבי שלמה מבאבוב ובנו רבי נפתלי צבי זי”ע בעל תורת מרדכי מויזניץ זי”ע ובנו האדמו”ר מויזשניץ מאנסי ועוד אדמורי”ם ורבנים. יענע זיצונג האט דאן גאר שטארק אויפגעטון אויף דעם געביט. ווען אלע אמעריקאנער אמבאסאדארן האבן באקומען א באפעל פונעם ווייסן הויז צו לייגן דרוק אז די אידישע בתי חיים זאלן געהאלטן ווערן בכבוד'יג. דער פרעזידענט האט דאן אוועקגעשטעלט די נייע ספעציעלע קאמיטע פאר פערזערוועישאן אויף אידישע בתי חיים. אן ארגאניזאציע וואס שטייט נאך ביזן היינטיג'ן טאג און האט אויפגעטון גדולות ונצורות אפצוראטעווען אידישע בתי חיים איבער די גאנצע וועלט. (שפעטער אין יאר 1987 האט פרעזידענט רעיגן באשטימט העסקן רבי חיים ברוך גלאק צו דער קאמיסיע אפצוהיטן און פרעזערווירן אמעריקאנער היסטאריע אין אנדערע לענדער איבער דער וועלט. אן אמט וואס האט אים שטארק צוגעגעבן מאכט מיטן העלפן אפהיטן בתי חיים.) די באזוך פון מערערע רבנים אויפאמאל - מלחמה איבערלעבער - האט שטארק באאיינדרוקט דער פרעזידענט און ער האט זיך שפעטער אויסגעדריקט צו האדמו”ר מפאלטיטשאן: איך וועל דיך שטענדיג דאנקבאר זיין פאר'ן ברענגען די רבנים צו מיר. עס איז געווען די מאסט ספיריטשול מאמענט אין מיין גאנצע קאריעריע. נאכדעם האט דער פרעזידענט געלאזט אויפהענגען א בילד פון די באגעגעניש אין די האלוועי וועלכע פירט צום וועסט-ווינג אין די ווייסע הויז. ווען די רבנים זענען געווען אינעם עראפלאן אויפ'ן וועג צום פרעזידענט איז אנטשטאנען א וויכוח אין הלכה אויב מען דארף מאכן די ברכה ”שחלק מכבודו לבשר ודם” ווען זיי וועלן זיך טרעפן מיט'ן פרעזידענט עס זענען ארויפגעברענגט געווארן פארשידענע סברות לכאן ולכאן. די רבנים האבן זיך מפלפל געווען בפילפולי דאורייתא. ווען אלע ארום קוקן צו מיט פארוואונדערונג צו דעם זעלטענעם בילד עווענטועל איז געבליבן דער פסק הלכה אז מען קען נישט מאכן די ברכה וויבאלד דער פרעזידענט פארמאגט נישט דער כח ווי די אמאליגע קעניגן אנשטאט האט מען מציע געווען אז האדמו”ר מבאבוב זי”ע זאל פארזאגן די תפילה פון ”הנותן תשועה למלכים” ווען מען האט געלאנדעט אין די עירפורט האט דארטן תיכף אפגעווארט עטליכע לימוזינען פון דער רעגירונג וועלכע האבן געפירט די רבנים מיט א פרעזידענטליכע עסקארט.