IGGERES - 9
Por IGGERES
18.9.24
SPRING VALLEY NY, Estados Unidos
LETTERS. SLAVITA ZITOMER. AND MUCH MORE
La subasta ha concluído

LOTE 15:

כ״ק הגאון הצדיק המפורסם שלשלת היוחסין חכם הרזים רבי ישכר בער הלוי ראטנבערג זצ״ל מוואוידיסלאוו כותב אל ש"ב הגה"צ חכם ...


Precio inicial:
$ 200
Comisión de la casa de subasta: 25%
IVA: 8.875% IVA sólo en comisión
18.9.24 en IGGERES
etiquetas:

כ״ק הגאון הצדיק המפורסם שלשלת היוחסין חכם הרזים רבי ישכר בער הלוי ראטנבערג זצ״ל מוואוידיסלאוו כותב אל ש"ב הגה"צ חכם צבי הלברשטאם זצ"ל
כ״ק הגאון הצדיק המפורסם שלשלת היוחסין חכם הרזים
רבי ישכר בער הלוי ראטנבערג זצ״ל
מוואוידיסלאוו
בעל ״ירבה תורה״
איז געבוירן ביום ט׳ תמוז שנת תרס״ו אין פוילן אין שטעטל פינטשוב צו זיין טאטען רבי יעקב יצחק אלחנן ראטענבערג זצ״ל - אדמו״ר מוואלבראם בטשענסטחוב, א בן אחר בן פון הרה״ק רבי מאיר׳ל מאפטא זצ״ל, בעל ״אור לשמים״ און צו זיין מאמע הרבנית הצ׳ מרת שרה בילא ע״ה, א טאכטער פון הרה״ק רבי אליעזר מפינטשוב אן אייניקל פון הרה״ק רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ״ל, אויף וואס זיין הייליגער נאמען איז ער גערופן געווארן.
(ער האט געצויגן זיין גרויסן יוחס מגזע; החזוה מלובלין, השר שלום מבעלזא, רבי דוד׳ל ורבי משה מלעלוב, אוהב ישראל מאפטא, יהודי הק׳ מפרשיסחא, רמ״ד מדאמבראווע.)
ער איז געווען א תלמיד פון הגאון רבי וועלוועל בארנשטיין זצ״ל וואס איז געווען א תלמיד מובהק פונעם ״אבני נזר״ און דער רב איז געווען דער איינציגסטער תלמיד וואס האט אמאל באקומען פון זיין רבין התרת הוראה, אויך האט ער באקומען התרת הוראה פון הגאון מהר״ם שפירא זצ״ל אבדק״ק לובלין, און פון הגאון רבי חנוך העניך הכהן לעווין זצ״ל דער בענדינער רב, דער איידעם פונעם ״שפת אמת״.
ער איז געווען באוויסט נאך אלס יונגער בחור אלס א למדן א חריף ובקי ומתנהג ביראה טהורה וחסידות און ספעציעל ארויסגעשיינט מיט זיין זעלטענע חכמה ופקחות, (ער האט באקומען דעם באקאנטן טיטל ״חכימא דיהודאי״ דורכן באקאנטן גרויסן ראש ישיבה רבי יחזקאל אברמסקי זצ״ל)
נאך אין די בחורישע יארן האט ער שוין פארגעלערנט שיעורי תורה ברבים דארט אין ביהמ״ד אין די שטאט מעכיוו ווי ער איז אויפגעוואקסן פאר די יונגערע בחורים. און חוץ פון זיין השלמות און גדלות בתורה ביראה פקחות ועבודה, איז ער אויך געווען שוין דאן א באגאבּטער רעדנער וואס האט כובש געווען די צוהערער. אין תמוז תרפ״ג האט ער שוין אויפגעטרעטן פאר די גאנצע שטאט און בעפארברייטונג צום ערשטן כנסיה הגדולה פון די אגודה.
בחודש אלול בשנת תרפ״ו האט ער חתונה געהאט אין זיין וואוין ארט מעכיוו, מיט הרבנית הצ׳ מלכה ע״ה, בת הגה״ק רבי שלום מאסקאוויטש זצ״ל - האדמו״ר משאץ, דאס איז געווען אין די צייט וואס דער שאצער רבי האט געוואוינט אין די שטאט קעלין אין דייטשלאנד, ווי ער האט געדינט אלס רב פאר די ארטיגע גאליציאנע געמיינדע. שפעטער האט זיך דער שווער געצויגן קיין לאנדאן ווי דער איידעם איז נאכגעקומען אביסל שפעטער און זיך באזעצט סמוך על שולחן חותנו ווי ער האט געלערנט אין מקבל געווען פון זיין גרויסן שווער אויסער עבדות ה׳ און בקיאות התורה דנגלה אויך פארשידענע הייליגע בהאלטענע חכמות און קבלת מיט וואס ער איז געווען שטארק באקאנט.
בשנת תרצ״ד איז ער אויפגענומען געווארן לשרת בקודש אין די שטאט וואוידיסלאוו דאס איז געווען נאך אן אנבאט צו דינען אלס רב אין די שטאט לעלוב אבער אזוי ווי וואוידיסלאוו איז געווען א גערעסערע שטאט מיט מער פּאטענציאל אויפצוטוהן אינעם געביט פון אידישקייט האט ער ליבערשט אנגענומען דעם אנבאט.
טראץ זיין יונגען עלטער האט ער באוויזן צו פירן די שטאט מיט א ערענסטן כח הרבנות די בני הקהלה האבן אים גאר שטארק רעספעקטירט און שטארק מכבד געווען, מיט זיין טיפן פארשטאנד און געוואלדיגע פקחות און זיין צוגאנג וויזוי ער האט באהאנדלט יעדן ענין האט ארויסגענומען ביי יעדן און ארויסגערופן רעספעקט און יראת הכבוד און אזוי האט ער געהאט די מעגליכקייט אויפצוטוהן און הייבן דער מצב היהדות און געפירט די שטאט על מי מנוחות.
דארט אין וואוידיסלאוו האט ער געפענט א ישיבה פאר די ארטיגע בחורים און מיט זיין גאלדענעם צוגאנגאנג פון רך כקנה און זיסן שפראך און שטארקע איבערגעגבנקייט פאר יעדן בחור באזונדער, האט ער צוגעצויגן דעם יוגענט צו תורה און עבודה, און טראץ וואס די שטאט וואוידיסלאוו איז געווען א ארימע קהילה האבן זיי שטארק ארויסגעהאלפן דעם רב מיט די אויפהאלטונג פון די ישיבה.
אזוי ווי רוב פּוילישע גדולי ישראל איז דער וואוידיסלאווער רב אויך געווען פון די גרויסע שטיצער פון די אגודת ישראל אין יענע צייטן, און געווען גאר שטארק אקטיוו אין די הילף וואס די אגודה האט צוגעשטעלט ארויסצוראטווען דעם נוער פון די נעצן פון די ציוניזם וואס האט שטארק געבלאזן בימים ההם.
פסח תרצ״ט איז ער געפארן פראווענען ביי זיין שווער דעם שאצער רבין זצ״ל, און די שמועות איבערן מעגליכע קריג וואס קען אויסברעכן יעדן טאג איז אנגעקומען מיט די שלעכטע בשורות פון די צרות וואס איז געווארן וואס א טאג מער און ארגער איז ער שוין פארבליבן אין לאנדאן, שפעטער בשנת ת״ש צוליב די בּאמבעדירונגען האט ער געמוזט אנטלויפן קיין מאנטשעסטער ווי ער האט זיך באזעצט פאר שטיק צייט ווי ער האט אנגעפירט מיט זיין ביהמ״ד א שיין ווינקל.
ביים קריג האט ער פארלוירן זיין טאטען מיט די משפחה און אויך זיין בכור ה״ב מאיר ע״ה.
אין לאנדאן איז ער פארבליבן נאך אביסל צייט, ביז ער האט מחליט געווען ארויסצופארן קיין אמעריקא קודם האט ער זיך באזעצט אין לאס אנדזעלעס אבער נאך געציילטע וואכן האט ער געוואנדען זיינע טריט קיין נוי יארק.
בחודש אלול שנת תש״ח האט זיך דער רב באזעצט אין די שטאט בארא פארק ווי ער האט געגרינדעט זיין ביהמ״ד און מיטן אנקום קיין נוי יארק האט זיך געפענט א ניי בלעטל פון הנהגה ורבנות ווי דער וואוידיסלאווער רב האט גענומען א גרויס חלק אין אנפירן עניני הכלל והפרט.
זייענדיג פון די איינציגסטע מורה הוראה אין יענע צייט אין יענעם געגענט איז ער שנעל מפורסם געווארן אלס גרויסער בעל הוראה מובהק מיט א פעסטן דעת תורה, מיט וואס די גדולי ישראל א שטייגער ווי דער סאטמאר רב, פאפא רב, בעל חלקת יעקב מציריך, זצ״ל האבן זיך גאר שטארק גערעכנט און אנגעפרעגט דעתו הברורה מיט פילע האקעלע קאמפלאצירטע שאלות.
ד׳ תמוז תשי״ג האט אים באטראפן א צרה בפטירת אשת נעוריו, דער רב האט נאכאמאל חתונה געהאט בשנת תשט״ז מיט הרבנית הצ׳ חי׳ ע״ה בת רבי פנחס לייכטאג ז״ל מעיר סאטמאר.
דער וואוידיסלאווער רב איז געווען פון די גאר פראמינענטע מפורסמדיגע און אנגעזהענע רבנים א ריכטיגער שר צבא בישראל זייענדיג מפורסם מיט זיין געוואלדיגע בקיאות התורה וואס מיט זיין זעלטענעם זכרון איז ביי אים געלעגן ש״ס ופוסקים כמונח בקופסא, פילע טיפזיניגע לומדישע חידושים האט ער געשריבן און מגיה געווען אויף פילע סגיות הש״ס - זייענדיג אריינגעטון און גוט אויסגעקאכט אין די דברי ראשונים אין יעדן סוגיא, זיין סדר הלימוד איז געווען אויסגעשטעלט מיט א געוואלדיגן מסודרדיגן סיסטעם, און צוגאב צו נאך געוואלדיגע השלמות מיט וואס דער רב איז געווען געבענטשט, וואס האט שטארק צוגעגעבן צום זעלטענעם כאראקטער און דמות פונעם רב, ער איז געווען א בקי נפלא אין פארשידענע חכמות ווי חכמת הדקדוק, חכמת התכונה, ביאגראפיע, אויך קענעדיג די קורת ימי ישראל און קורות הדורת, און א בעל מספר נפלא מיט סיפורי קודש פון די אמאליגע צדיקים, וואס האט געצויגן מענטשען צו הערן פאר שעות נאכאנאנד.
ערב שבת קודש פ׳ לך לך - בפניא דמעלי שבתא איז ער אוועק געפאלן מיט א שווערן הארץ אטאקע און איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים י״ב מרחשון שנת תשמ״ז לפ״ק.
ונטמן בעיר קרית יואל חלקת ק״ק סאטמאר.
בנו ומ״מ הרב הצדיק רבי משה זצ״ל - אבדק״ק וואוידיסלאוו.
חתניו: הרב הצדיק רבי אברהם מנחם מענדל וואגשאהל שליט״א - אדמו״ר משינאווע.
הרב הצדיק רבי משה סופר שליט״א - אבדק״ק פאפא בירושלים.