Bidspirit auction | ORIGINAL LETTER AND ORIGINAL ENVELOPE
ORIGINAL LETTER AND ORIGINAL ENVELOPE FROM THE WHITE HOUSE SEPTEMBER 6 2022 WITH THR SIGNITURE FROM THE 46'TH PRESIDENT OF THE UNITED STATES JOE BIDEN - Joseph Robinette Biden Jr. תוכן המכתב: THE WHITE HOUSE WASHINGTON SEPTEMBER 6, 2022 DEAR FRIEND, THANK YOU FOR SENDING ME YOUR KIND OF SUPPORT AND ENCOURAGEMENT. I AM HUMBLED BY THE FAITH THE AMERICAN PEOPLE HAVE PLACED IN VICE PRESIDENT KAMALA HARRIS AND ME. OUR COUNTRY FACES MANY CHALLENGES, AND THE ROAD WE WILL TRAVEL TOGETHER WILL BE ONE OF THE MOST DIFFICULT IN OUR HISTORY. IT IS TIME FOR ALL AMERICANS TO SET ASIDE THEIR DIFFERENCES, TRY TO UNDERSTAND ONE ANOTHER, AND STRIVE TO MAKE THE PROMISE OF A JUST, PROSPEROUS, AND SECURE NATION A REALITY FOR EVERYONE. IF WE LOOK AHED IN UR UNIQUELY AMERICAN WAY - RESTLESS, BOLD, AND OPTIMISTC - AND SET OUR SIGHTS ON THE NATION WE KNOW WE CAN BE, WE WILL MEET THIS MOMENT. I LOOK FORWARD TO WRITING THE NEXT GREAT CHAPTER OF THE AMERICAN STORY WITH YOU. SINCERELY, JOE BIDEN ביידען איז דער עלטסטע מענטש צו דינען אלס פרעזידענט אין די היסטאריע פון אמעריקע זייענדיג איבער 80 יאר אלט [איבערנעמענדיג דאס טיטעל פון זיין פארגייער טראמפ] דורכאויס זיינע יארן אלס פרעזידענט, און אויכעט דורכאויס זיינע 8 יארן אלס די 47'טע ווייס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אונטער פרעזידענט אבאמא, און אויכעט דורכאויס זיינע 36! יאר אלס סענעטאר אין די דעלעווער סטעיט [א וועג 2 שעה פון לעיקוואד], האט זיך אלעמאל אנגעזען זיין גרייטקייט צו העלפן דאס אידישע פאלק. מען קען זאגן אז ער איז א ריכטיגע חסיד אומות העולם! דורכאויס זיינע לעבנס יארן האט ער שוין 3 מאל פרובירט צו לויפן פאר די פרעזידענט'ליכן אמט, ביז עס איז אים ענדליך געלונגען צו עס געווינען קעגן טראמפ. מעיקרא איז עס געווען זייער שווער פאר אחינו בני ישראל דאס געווינס פון ביידען, ווייל עס איז געקומען אויפ'ן חשבון פון טראמפ, ווי די היימישע עולם איז געווען צוגעוואונט צו עפעס א אויסטערלישע אויסערגעווענליכע אידן פריינט וואס מען האט נאך אין די היסטאריע פארדעם דאס קיינמאל נישט געהאט בייגעוואונט. בשעת ער איז געווען די ווייס פרעזידענט האט ער גאר שטארק געשטופט פון זיין זייט - צו שענקען פאר ארץ ישראל די טייערע דעמלט'ס נייע אייראון דאון סיסטעם וואס שיסט אראפ די ראקעטן וואס פליען אריין פון די שונא דאס איז א זאך וואס ער האט עקסטער שטארק געדארפט צושטופן אבאמא עס צו טון, און ביידען איז געווען די פארמיטלער צווישן פרעזידענט אבאמא און ראש הממשלה בישראל בנימין נתניהו ווייל אבאמא און נתניהו האבן נישט געהאט עפעס ספעציעלע שטארק נאנטע באציאונגען, און א דאנק אים האט מען שוין טאקע אזוי געשפארט גאר אסאך אומשולדיג בלוט פון אחינו בני ישראל אין ארץ הקודש, און ווי אויך האט ער פארארבעט אז די אמעריקאנע רעגירונג זאל שיקן אסאך געלטער ארויסצוהעלפן ארץ ישראל, וואס דאס האט אסאך פארגרינגערט בני ישראל בארצינו הקדושה פון די ערשטע זאכן וואס ער האט געטון איבערנעמענדיג דאס פרעזידענט'ליכן בענקל איז געווען דאס אויסטיילן איבער א טריליאן דאלער אין סטימילוס געלטער פאר די בירגער פון לאנד לויט די קאפצאל, ווי עס האט אויך ארויסגעהאלפן אחינו בני ישראל זייער שטארק בשנת תשפ''ג ווען אין ניו יארק איז פארגעקומען גאר א היציגע פארמעסט וואו עס זענען געלאפן די קאנדידאטן פאר קאנגרעס פון ביידע פארטייען אין די ראקלענד קאונטי געגנט, און די דעמעקראטן האבן געשפירט אז זיי האלטן זייער שמאל, און ביידע פארטייען האבן געוויסט אז מען דארף צוקומען צו די שטימען פון די היימישע אידן אין די געגנט, האט פרעזידענט ביידען זיך געטראפן ממחרת יום הכיפורים - זייענדיג דעמלט'ס פונקט אין מאנהעטן - מיט ר' ישראל משה שפיטצער ראש העיר דשיכון סקווירא [וואס ער האט אויכעט מיטגעברענגט די ראש העיר פון כתר ווילעזש אין מאנסי] און אים פארבעטן אז מען זאל שטימען פאר די דעמעקראטישע קאנדידאטן, וואס דאס האט נאכגעפאלגט אפאר וואכן שפעטער מיט א פערזענליכע טעלעפון רוף פון די פרעזידענט אין וואשינגטאן צו להבדיל האדמו''ר מסקווירא און צו האדמו''ר מויזניץ מאנסי, ווי די פרעזידענט האט פערזענליך געבעטן אז מען זאל שטימען פאר די גאווערנער האוקעל און פאר די קאנגרעסמאן שאן פעטריק מעלויני. ביים שמועס מיט האדמו''ר מסקווירא: 3 אזייגער נאכמיטאג האט דער פרעזידענט אליינס אנגערופן די הויז פון האדמו''ר מסקווירא [אן א סעקריטערי] ווי דעם רבין'ס יונגסטע זון איז געווען גרייט צו אויפהויבן, ער האט באגריסט די פרעזידענט און איבערגעגעבן די טעלעפון פאר'ן רבי'ן די שמועס האט געדויערט 15 מינוט. דער רבי האט שטארק בארימט די פרעזידענט פאר 3 זאכן וואס ער האט געטון זינט ער איז געווארן די פרעזידענט 1 די פילע שטיצע וואס ער העלפט ארויס מדינת אוקריינא וועלכע איז אין מלחמה קעגן רוסלאנד, און אים געזאגט אז א דאנק אים ווערן געראטעוועט פילע אידן און מיליאנע נפשות, און אידישע פלעצער אין אוקריינא, היסטארישע בתי מדרשים און אידישע בתי חיים. צולייגענדיג אז סקווירא קומט אויכעט פון אוקריינא און דאס איז אונזער היים שטאט וואו אונזערע עלטערן האבן געוואונט. 2 די 'סטומיולעס -געלטער' וואס דער פרעזידענט האט געשיקט פאר אלע אמעריקאנער אין די צייט פונעם וויירעס , וואס האט גאר שטארק ארויסגעהאלפן אין דעם שווערן מצב וואס מ'האט זיך דאן געפונען. 3 דאס אז דער פרעזידענט טוט ווייטער פירן דעם 'פירסט סטעפ עקט',