Bidspirit auction | ORIGINAL SIGNITURE FROM THE 45'TH


ORIGINAL SIGNITURE FROM THE 45'TH PRESUDENT OF THE UNITED STATES OF AMERICA MR. DONALD JOHN TRUMP - ארגינעלע סיגניטשער פון דער באקאנטער 45'סטע פרעזידענט פון אמעריקע דער חסיד אומות העולם דאנעלד זשאן טראמפ ירום הודו הערליכע שיינע קאנדישאן! אלעס ארגינעל! אריינגעלייגט אין א הערליכע שיינע פרעים וואס פארציילט זיין חתימה? אַ גרויסע גראַפאָלאָג פון די בריטיש אינסטיטוט האט געפארשט און אנאלאזירט זיין סיגניטשער און זאגט אז טראמפ'ס חתימה טוט אויסדריקן: ווילד אמביציע! דינאמיזם! העלדישקייט! הונגער פאר מאכט און עקשנות! טראמפ איז אן קיין צווייפל דער מענטש פון די יאר הונדערט! ער וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פאר יארן לאנג! א מין כאראקטער וואס מען טרעפט נישט יעדן טאג! בשעתו איז ער יעדן טאג ממש געווען אין די נייעס און געפירט די מלוכה מיט גרויס מאכט און שטארקקייט לייגענדיג אמעריקע ערשט! און צו מאכן אמעריקע גוט! ער איז גרויס באקאנט אין לאנד און אין די גאנצע וועלט! אין די יארן ווען ער איז געווען פרעזידענט איז די עקאנאמיע געוואקסן און געווען זייער גוטע צייטן פאר אחינו בני ישראל דורכאויס זיינע יארן אלס פרעזידענט אין די ווייסע הויז האט ער נישט גערוהט קיין טאג, שלאפענדיג קארגע 4 שעה א נאכט (זייענדיג העכער 70 יאר אלט) און אויפגעטון פאר די לאנד און פאר די וועלט. פאר אחינו בני ישראל האט ער זיך ארויסגעשטעלט אויף אלע פראנטן זייענדיג א ריכטיגע  אויסגעפרואווטער חסיד אומות העולם וואס איז אריין אין די ביכער אלס די בעסטע פרעזידענט פאר די אידישע געמיינדע אין היסטאריע! נאך אין די ערשטע יאר פון זיין פרעזידענטשאפט האט ער בעצם יום זאת חנוכה תשע''ח באפרייט די אלעמען באליבטער ר' שלום מרדכי רובאשקין וועלכע איז שטענדיג געווען אויף די הערצער פון אידישע קינדער אין אלע מקומות צו מתפלל זיין פאר זיין באפריייאונג וואס איז געקומען מיט א סורפרייז פון 1 מינוט אויפ'ן צווייטן אין פאקט איז ער ארויסגעקומען 20 יאר(!) פאר זיין צייט ב''ה. ער האט אריבערגעטוישט די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים . א אייגנארטיגע און ערשטמאליגע מיטאג האט געהאט פארגעקומען צוזאמען מיט די פרעזידענט און די אידן ווי ר' יוסף יצחק זשעיקאבסאָן האט באגריסט דער פרעזידענט און געמאכט די ברכה בשם ומלכות שחלק מכבודו לבשר ודם ס'איז פארגעקומען י''ד חשון תש''פ [נאוועמבער 12 2019], אינעם אינטערקאנטינענטאל ניו יארק בארקלע י, אין מאנהעטן. די געשעעניש- אָרגאַניזירט דורך ר' אליעזר שיינער, האָט צוזאַמענגענומען אַמעריקאַנער אידישע מנדבים וואָס האָבן אויסגעדריקט זייער דאנקבארקייט צום פרעזידענט פאַר זיין אייגנאַרטיגע פריינדשאַפט צו ארץ ישראל און צו דעם אידישן פאָלק. די פרעזידענט האט אויפגעטרעטן מיט א עקסטערע שטארקע הומאר ווען די קאראנא תקופה האט זיך אנגעהויבן זענען די גרעסטע היימישע קהילות געווען אויף א קאנפרענס קאלל מיט די ווייסע הויז ווי מען האט אויסגעשמועסט אויף א שיינעם וועג די פלענער צו פארמאכן ציבור'ישע מקומות וואס די קאנפרענס קאלל האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מיט גרויס הצלחה ווען מען איז זיך דורכגעקומען אויף ביידע זייטן בשעת וואס עס האט אויפגעהערט בוזשעווען די קאראנא וויירעס און אלעס איז נאך געווען פארשפארט אריינגערעכנט בתי מדרשים וכדומה האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו עפענען ציבור'ישע פלעצער אבער די פלעצער וואס אונז אידן דארפן לעבודת השי''ת בתי מדרשים. מקוואות. מוסדות. חתונה זאלן. און דאס גלייכן האבן די דעמעקראטישע גאווערנער'ס נישט געפילט פאר וויכטיג אז עס זאל שוין מעגן ווערן געעפענט און עס האט נישט אויסגעזען ווי זיי פלאנען אז עס זאל מעגן געעפענט ווערן אין די נאנטע טעג טראץ וואס צו זייערע אומ'וויכטיגע געברויכן האבן זיי שוין יא געגעבן די ערלויבעניש צו זיין אפען. מיטאמאל אין א טאג איז ארויסגעקומען א סטעיטמענט פונעם פרעזידענט טראמפ אז ער פארלאנגט אז אלע געבעט הייזער אריינגערעכנט להבדיל שוהלן - זענען וויכטיג פאר'ן פאלק און אז עס זאל מעגן זיין אפען צולייגענדיג אז באמת איז דאס א באשלוס וואס ליגט אין די הענט פון די גאווערנער'ס אבער ער פארלאנגט אזוי! און איינער וואס פילט אנדערש קען זיך קומען אויסשמועסן מיט אים אבער ער וועט סייווי נישט ארויסגיין סוקסעספול... אין פאקט האבן זיך דאן אפיציעל לעגאל געעפענט אלע שוהלן פון די פאראייניגטע שטאטן א.א.וו. יענע וואך שבת האבן זייער אסאך שוהלן אין אמעריקע געזאגט די תפילה ''הנותן תשועה למלכים'' פאר מוסף לכבודו פונעם פרעזידענט טראמפ נישט לאנג נאכדעם איז געשיקט געווארן קיין וואשינגטאן א דאנק'ס בריוו'ל אונטערגעשריבן דורך 14 פון די גרעסטע מנהיגי העדה פונעם דור אריינגערעכנט אדמורי''ם וואס חתמ'נן ממש קיינמאל! און זיכער נישט אין ענגליש! טראמפ האט רעאגירט צום בריוו: טענקיו ראבייס אין די שווערע תקופה פון די וויירעס האט טראמפ געהאט ארויסגעשיקט טויזענטער דאלאר'ס פאר אלע אמעריקאנער בירגער פאר יעדע קאפצאל אין די לעצטע טעג אויפ'ן בענקל האט ער באפרייט פון תפיסה אסאך אידישע קינדער אריינגערעכנט הרה''ח שלום ווייס פון מאנסי וועלכע איז געווען פאראורטיילט פאר 835 יאר אין טורמע...