ספרים עתיקים. סלאוויטא זיטאמיר. כתבי ידות. ועוד
Por IGGERES
5.6.23
Spring Valley, Estados Unidos
O leilão terminou

LOTE 45:

ORIGINAL SIGNITURE FROM THE 45'TH PRESUDENT OF THE UNITED STATES OF AMERICA MR. DONALD JOHN TRUMP

Vendido por: $500
Preço inicial:
$ 500
Comissão da leiloeira: 25% Mais detalhes
IVA: 8.875% Sobre o preço e comissão do lote inteiro
5.6.23 em IGGERES
identificações:

ORIGINAL SIGNITURE FROM THE 45'TH PRESUDENT OF THE UNITED STATES OF AMERICA MR. DONALD JOHN TRUMP

ארגינעלע סיגניטשער פון דער באקאנטער 45'סטע פרעזידענט פון אמעריקע

דער חסיד אומות העולם

דאנעלד זשאן טראמפ ירום הודו


הערליכע שיינע קאנדישאן!

אלעס ארגינעל!

אריינגעלייגט אין א הערליכע שיינע פרעים



וואס פארציילט זיין חתימה?

אַ גרויסע גראַפאָלאָג פון די בריטיש אינסטיטוט

האט געפארשט און אנאלאזירט זיין סיגניטשער און זאגט

אז טראמפ'ס חתימה טוט אויסדריקן:

ווילד אמביציע!

דינאמיזם!

העלדישקייט!

הונגער פאר מאכט און עקשנות!


טראמפ איז אן קיין צווייפל דער מענטש פון די יאר הונדערט!

ער וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פאר יארן לאנג!

א מין כאראקטער וואס מען טרעפט נישט יעדן טאג!

בשעתו איז ער יעדן טאג ממש געווען אין די נייעס

און געפירט די מלוכה מיט גרויס מאכט און שטארקקייט

לייגענדיג אמעריקע ערשט! און צו מאכן אמעריקע גוט!


ער איז גרויס באקאנט אין לאנד און אין די גאנצע וועלט!

אין די יארן ווען ער איז געווען פרעזידענט איז די עקאנאמיע געוואקסן

און געווען זייער גוטע צייטן פאר אחינו בני ישראל

דורכאויס זיינע יארן אלס פרעזידענט אין די ווייסע הויז

האט ער נישט גערוהט קיין טאג,

שלאפענדיג קארגע 4 שעה א נאכט (זייענדיג העכער 70 יאר אלט)

און אויפגעטון פאר די לאנד און פאר די וועלט.

פאר אחינו בני ישראל האט ער זיך ארויסגעשטעלט אויף אלע פראנטן

זייענדיג א ריכטיגע  אויסגעפרואווטער חסיד אומות העולם

וואס איז אריין אין די ביכער אלס די בעסטע פרעזידענט פאר די אידישע געמיינדע אין היסטאריע!


נאך אין די ערשטע יאר פון זיין פרעזידענטשאפט האט ער בעצם יום זאת חנוכה תשע''ח

באפרייט די אלעמען באליבטער ר' שלום מרדכי רובאשקין

וועלכע איז שטענדיג געווען אויף די הערצער פון אידישע קינדער

אין אלע מקומות צו מתפלל זיין פאר זיין באפריייאונג

וואס איז געקומען מיט א סורפרייז פון 1 מינוט אויפ'ן צווייטן

אין פאקט איז ער ארויסגעקומען 20 יאר(!) פאר זיין צייט ב''ה.


ער האט אריבערגעטוישט די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.


א אייגנארטיגע און ערשטמאליגע מיטאג האט געהאט פארגעקומען צוזאמען מיט די פרעזידענט און די אידן

ווי ר' יוסף יצחק זשעיקאבסאָן האט באגריסט דער פרעזידענט און געמאכט די ברכה בשם ומלכות

שחלק מכבודו לבשר ודם

ס'איז פארגעקומען י''ד חשון תש''פ [נאוועמבער 12 2019],

אינעם אינטערקאנטינענטאל ניו יארק בארקלעי, אין מאנהעטן.

די געשעעניש- אָרגאַניזירט דורך ר' אליעזר שיינער,

האָט צוזאַמענגענומען אַמעריקאַנער אידישע מנדבים

וואָס האָבן אויסגעדריקט זייער דאנקבארקייט צום פרעזידענט

פאַר זיין אייגנאַרטיגע פריינדשאַפט צו ארץ ישראל און צו דעם אידישן פאָלק.

די פרעזידענט האט אויפגעטרעטן מיט א עקסטערע שטארקע הומאר


ווען די קאראנא תקופה האט זיך אנגעהויבן

זענען די גרעסטע היימישע קהילות געווען אויף א קאנפרענס קאלל מיט די ווייסע הויז

ווי מען האט אויסגעשמועסט אויף א שיינעם וועג די פלענער צו פארמאכן ציבור'ישע מקומות

וואס די קאנפרענס קאלל האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מיט גרויס הצלחה

ווען מען איז זיך דורכגעקומען אויף ביידע זייטן


בשעת וואס עס האט אויפגעהערט בוזשעווען די קאראנא וויירעס

און אלעס איז נאך געווען פארשפארט אריינגערעכנט בתי מדרשים וכדומה

האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו עפענען ציבור'ישע פלעצער

אבער די פלעצער וואס אונז אידן דארפן לעבודת השי''ת

בתי מדרשים. מקוואות. מוסדות. חתונה זאלן. און דאס גלייכן

האבן די דעמעקראטישע גאווערנער'ס נישט געפילט פאר וויכטיג אז עס זאל שוין מעגן ווערן געעפענט

און עס האט נישט אויסגעזען ווי זיי פלאנען אז עס זאל מעגן געעפענט ווערן אין די נאנטע טעג

טראץ וואס צו זייערע אומ'וויכטיגע געברויכן האבן זיי שוין יא געגעבן די ערלויבעניש צו זיין אפען.


מיטאמאל אין א טאג איז ארויסגעקומען א סטעיטמענט פונעם פרעזידענט טראמפ

אז ער פארלאנגט אז אלע געבעט הייזער אריינגערעכנט להבדיל שוהלן - זענען וויכטיג פאר'ן פאלק

און אז עס זאל מעגן זיין אפען

צולייגענדיג אז באמת איז דאס א באשלוס וואס ליגט אין די הענט פון די גאווערנער'ס

אבער ער פארלאנגט אזוי!

און איינער וואס פילט אנדערש קען זיך קומען אויסשמועסן מיט אים

אבער ער וועט סייווי נישט ארויסגיין סוקסעספול...

אין פאקט האבן זיך דאן אפיציעל לעגאל געעפענט אלע שוהלן פון די פאראייניגטע שטאטן א.א.וו.


יענע וואך שבת האבן זייער אסאך שוהלן אין אמעריקע

געזאגט די תפילה ''הנותן תשועה למלכים'' פאר מוסף

לכבודו פונעם פרעזידענט טראמפ


נישט לאנג נאכדעם איז געשיקט געווארן קיין וואשינגטאן א דאנק'ס בריוו'ל

אונטערגעשריבן דורך 14 פון די גרעסטע מנהיגי העדה פונעם דור

אריינגערעכנט אדמורי''ם וואס חתמ'נן ממש קיינמאל! און זיכער נישט אין ענגליש!

טראמפ האט רעאגירט צום בריוו: טענקיו ראבייס


אין די שווערע תקופה פון די וויירעס האט טראמפ געהאט ארויסגעשיקט טויזענטער דאלאר'ס

פאר אלע אמעריקאנער בירגער פאר יעדע קאפצאל


אין די לעצטע טעג אויפ'ן בענקל האט ער באפרייט פון תפיסה אסאך אידישע קינדער

אריינגערעכנט הרה''ח שלום ווייס פון מאנסי וועלכע איז געווען פאראורטיילט פאר 835 יאר אין טורמע...


אזוי אויך האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן די FIRST STEP ACT געזעץ-

וואס איז געברענגט געווארן צום טיש דורך א היימישע חסידישע אינגערמאן-

וואס וועט פארלייכטערן ארעסטאנטן אין טורמע

וואס א דאנק דעם איז הרה''ח מרדכי יצחק סאמעט ארויסגעקומען פון תפיסה

היבש פאר זיין צייט לשמחת כל בית ישראל

און פילע נאך זענען שוין ארויסגעקומען פריער א דאנק דעם געזעץ

און פילע וועלן נאך געהאלפן ווערן בעז''ה


די דערגרייכונגען זענען ערלעדיגט געווארן דורך היימישע עסקנים

הרה''ח משה מארגערעטען ועוד

האבענדיג א גרויסע אפענע טיר ביים פרעזידענט אין ווייסן הויז און אין זיין הארץ


ביים חנוכה צערעמאניע אין די ווייסע הויז בשנת תש''פ

האט טראמפ מכבד געווען צו אנצינדן די מנורה

א חסידישע אינגערמאן העסקן רבי משה מארגערעטען

אלס הכרת הטוב פאר די דערגרייכונג פון די פירסט סטעפ עקט געזעץ


איינער פון די פרעזידענט'ס טעכטער האט זיך מגייר געווען

און חתונה געהאט [ז חשון תש''ע] מיט א איד ר' יואל חיים קושנער

טראמפ האט 3 אידישע אייניקלעך

קושנער איז געווען די פרעזידענט'ס שפיץ יועץ אין וואשינגטאן

און די מערסטע צוטרוי וואס טראמפ האט געהאט צו איינעם, איז געווען צו זיין איידעם.

[די קושנער פאמיליע [ר' יוסף] האט זיך אריבערגעצויגן פון פולין קיין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט מלחמה]


א דאנק די בקשה פון זשערעד קושנער - האט זיין שווער פרעזידענט טראמפ

אונטערגעשריבן א געזעץ קעגן אנטיסימעטיזים

ביים חנוכה צערעמאניע אין די ווייסע הויז י''ג כסלו תש''פ [december 11 2019]

די עקזעקטיוו ארדער איבער אנטיסעמיטיזם איז אויסגעשטעלט צו געבן פאר די פעדעראלע רעגירונג

מער מעגליכקייטן צו באַשיצן אידן פון אַנטיסעמיטיזם דורך די טיטל VI פון די 'סיוויל רעכט אקט' פון 1964,


 דער עקזעקעטיוו אָרדער איז געווען א וויכטיגער שריט קעגן די וואקסנדיגע זארגן

וועגן דאס שטייגן פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא

שטייענדיג דעמלטס נאך די שוידערליכע שיסעריי אין א שוהל אין פיטסבורג.

און די שרעקליכע שיסעריי אין א היימישע כשר'ע גראסערי אין זשערזי סיטי אין ניו זשערזי

ארייננעמען אידן אין טיטל VI פּראַטעקשען

איז א זאך וואָס אסאך האָבן שוין געהאט געשטיצט פֿאַר יאָרן לאנג

אבער אויסגעפירט האט עס: פרעזידענט טראמפ!


אחרון של פסח תשע''ט האט פאסירט א שרעקליכע שיסעריי אין א חב''ד שוהל אין פאוועי קאליפארניע

ווי איינער איז ר''ל אומגעקומען

אסרו חג פסח האט טראמפ פערזענליך אנגערופן צום חב''ד רב, און אים איינגעלאדענט אריבערצוקומען קיין וואשינגטאן

כ''ז ניסן תשע''ט האט די חב''ד שליח הרב ישראל גאלדשטיין אויפגעטרעטן אינעם חצר פון די ווייסע הויז

און אויך האט דער פרעזידענט גערעדט,

און ביי א ראלי פאר די פרעזידענט אין וויסקאנסין האט דער פרעזידענט דארטן פארדאמט די אטאקע אויף די שטערקסטע אופן




די חתימה טוט באשטעטיגן צו אננעמען איינעם אלס מעמבער אין די

''טראמפ אינטערנעשענעל גאלף קלאב''

וועסט פאלם ביעטש פלארידע

NOVEMBER 23 2011

איך קוק פאראויס דיך צו זען ביי די קורס

אונטערגע'חתמ'ט דורך די בעה''ב אליין: דאנעלד זשעי טראמפ

TRUMP INTERNATINAL GOLF CLUB


צווישן די בילדער פון די אייטעם, און די פרעזידענט ביים זיך טרעפן מיט אידן, קען מען זען די צעטיל וואס די רבנים האבן געהאט געשיקט צום פרעזידענט אלס הכרת הטוב פאר'ן עפענען די שוהלן א.א.וו.