Bidspirit auction | טויזנט יאר אידיש לעבן אין


טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן - טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן טויזנט יאָר אידיש לעבן אין אונגאַרן איז א אידיש ביכל וועגן דער היסטאריע פון אידן אין אונגארן בערך פון ת”ק ביז ת”ש. דאס בוך, וואס אנטהאלט קנאפע צוויי הונדערט זיבעציג זייטן, איז אפגעשריבן געווארן דורך דעם באקאנטן ת”ח און היסטאריקער הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד אום ר”ח סיון, תש”ה. תיכף נאך דעם צווייטן וועלט קריג האט זיך געענדיגט. און איז שפעטער אין יאר תשל”ז איבערגעדרוקט געווארן אין ברוקלין, ניו יארק. ר' יקותיאל יהודה איז א סיגעטער געבוירענער, און האט שפעטער אימיגרירט קיין אמעריקע און האט געוואוינט אין קאלומבוס, אהאיא, וואו ער איז געווען רב ביז זיין פטירה.